א בנין וואס וועט בעז"ה געבן די מעגליכקייט פאר גאנץ כלל ישראל צו געניסן פונעם הייליגן ישועות-קוואל אויף א געשמאקע און באקוועמע פארנעם.
ווי אויך וועט עס פארמאגן אן הערליכע מקוה מהודרת, אויסגערישט שיין און ריין, געבנדיג צו שפירן ווי מ’זאל ווען זיין ביי זיך אינדערהיים. די ועד לייגט נאך אריין אסאך כוחות אין די טעג צו איבערגיין אלע איינצלהייטן, און אזוי פארזיכערן אז די בנין זאל זיין א דבר השלם אויסגעשטאטעט פאר אלע באדערפענישן. די אידן וואס טוען ביישטייערן פאר אזא הייליגע צוועק זעען אפענע ישועות, מ’זעט באשיינפערליך ווי די הייליגע טשענגערער רבנים זי”ע טוען זיך מיען פאר אלע אידן וואס שטרענגען זיך אן צו טון א טובה פאר זייערע נשמות. די אקטיווע אין די פראיעקטן שטייען און שטוינען נאכן הערן האר-אויפשטעלנדע געשיכטעס פון אידן איבער די גאנצע וועלט, מיט וואונדערבארע ניסים שלא כדרך הטבע וואס זיי האבן בייגעוואוינט נאכן ביישטייערן פארן הייליגער טשענגער ווינקל. קויפט אייך איין געוואלדיגע טשענגערער זכותים! די זכות פון מרנן רבותינו הקדושים זצוק”ל וועט אייך זיכער מגין זיין און באגיסן מיט השפעות עד בלי די.
די שטראם פון אזויפיל טויזנטער אידן וואס קומען צו רייזן לאנגע שטרעקעס זיך צו קענען קומען משתטח זיין על ציון הקדוש האט געוויזן די אויסטערלישע נחיצות צו אונטערנעמען א מאסיווע בוי-פראיעקט, צו קענען אהערשטעלן א מייסטערהאפטיגע בנין וואס זאל אקאמאדירן אלע געברויכן. די געגרינדעטע ועד האט זיך אריינגעווארפן מיט קאפ און מח צו קענען אהערשטעלן א מייסטערהאפטיגע פלאן וואס זאל ארייננעמען ממש אלע געברויכן וואס פארלאנגט זיך פאר די אידן וואס קומען צו גיין צום ציון הקדוש. די געביידע וועט זיין א כרכא דכולא בי'! אנגעהויבן פון א ברייט לופטיגע ביהמ"ד, וואס וועט זיין געווידמעט לתורה ולתפילה, די געהויבענע אידן וואס קומען צוגיין צום הייליגן ארט זאלן אין די זעלבע צייט אויך קענען אריינגיין אין ביהמ"ד צו לערנען און דאווענען. די פראכטפולע געביידע וועט אויך אנטהאלטן א ציכטיגע הכנסת אורחים פאר די פילצאליגע געסט, וואו עס וועט זיין ערמעגליכט צו קענען אפאטעמען פון די לאנגע רייזע, און עטוואס קומען צו די כוחות, און אזוי זיך גיין אויסבעטן מיט פרישע ענערגיע.