טשענגער

דער מקור הישועות

Yidden are finding salvation with

Children, Health, Parnassah

at the holy luminary in Chenger

מרן רבינו
הגה"ק בעל
מנוחת אשר
מ'טשענגער
זצוק"ל

כ"ו שבט תקס"ז איז די שטוב פון הרה"ק ר' שמואל יונגרייז זי"ע - אב"ד סעטשא, באלאכטן געווארן מיט א הייליגע נשמה, וועמען מ'האט א נאמען געגעבן 'אשר אנשיל'. פון קליינווייז אן האט מען שוין געזען אז 'זה הקטן גדול יהיה', איין טאג וועט ער נאך באלייכטן די וועלט. זייענדיג בלויז 13 יאר אלט איז ער שוין געפארן לערנען אין די גרעסטע ישיבות, וואו עס האבן געלערנט בלויז אויסגערופענע קעפ. צום ערשט איז ער געווען אין די ישיבה פונעם גאון וצדיק הגה"ק מהר"ם א"ש זי"ע מתלמידי חתם סופר. די אויסטערלישע הערצה וואס דער מהר"ם א"ש האט געהאט צו מרן רבינו נאך זייענדיג א בר מצוה בחור'ל, קען מען שטארק זען אין די מכתבים וואס זיי האבן זיך געשריבן אין לויף פון די יארן. ביי די 15 יאר איז מרן רבינו געפארן לערנען צום גרויסן גאון רבי קאפיל חריף זי"ע, טראץ וואס דארט האבן געלערנט מערערע גרויסע קאנאנען איז מרן רבינו שטארק ארויסגעשטיגן פון זיי אלע, און ער האט זיך אסאך מפלפל געווען מיטן גרויסן גאון מיט א משונה'דיגע חריפות ובקיאות.
און צוגאב צו די אויסטערלישע התמדת התורה למעלה מגדר אנושי, איז מרן רבינו געווען באקאנט צו זיין אפגעהיטן מיט א קדושה יתירה, זיין גאנצע באנעמונג איז באשטאנען פון פרישות בקדושה ובטהרה. זיינע נאנטע האבן געוואוסט צו פארציילן איבער דאס פאסטן א דרייערל; ער פלעגט פאסטן דריי טעג, און נאר דערנאך האט ער געגעסן פון די טריקענע ברויט. כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אויסגעקליבן אלס חתן דורך דעם גרויסן גאון אין שטאט אלמאש, הרב מאיר פאפער זי"ע. נאך די חתונה איז מרן רבינו געבליבן וואוינען נעבן זיין גרויסן שווער אין שטעטל אלמאש, וואו ער האט ווייטער געקענט אנגיין מיט זיין הייליגע סדר היום והלילה. נישט לאנג האט ער זיך געקענט אויסבאהאלטן פון אזויפיל אידן וואס האבן געווארט אויף זיין התגלות, אין יאר תצד"ק לפ"ק איז ער געווארן אויפגענומען אלס מרא דאתרא אין שטעטל טשענגער, מיט'ן השתדלות פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע. שמו הטוב הולך לפניו, נאכ'ן ווערן רב אין טשענגער איז זיין נאמען געפארן איבער אלע עקן אונגארן און נאך ווייטער, הונדערטער אידן זענען געקומען גאר לאנגע שטרעקעס צו קענען נהנה זיין מאורו הקדוש, וואס האט אויפגעלאכטן הערצער ברוחניות ובגשמיות. זיין הייליגע הנהגה האט באלאכטן די הערצער פון טויזנטער נשמות פאר איבער 40 יאר.
מרן רבינו האט ווייטער אנגעהאלטן זיין הויכער לעבנ'ס-שטייגער, אבער צו די זעלבע צייט האט ער זיך אראפגעלאזט צו פילע אידן וועמען ער האט באזארגט ברוחניות ובגשמיות, און געווארן פארמישט אין אזויפיל צדקה וחסד. אין די זעלבע צייט האט ער זיך אויך אפגעגעבן מיט אידן וואס זענען געווען משכמם ולמעלה, גרויסע תלמידי חכמים און צדיקים זענען געקומען לערנען תורה וחסידות ביי אים, א שטייגער ווי הרה"ק ר' הערצקא'לע ראצפערטער זצ"ל, הרה"ק דער אונדסדארפער רב זצ"ל און פיל נאך. אויך אין כח התורה טרעפט מען ווי דער בעל שואל ומשיב שרייבט אויסטערלישע טיטלען אויף אים. דער הייליגער בעל מעגלי צדק מ'דעעש שרייבט: 'זיינע תשובות זענען קב ונקי'. הגה"ק ר' שמעלקא סעלישער שרייבט: 'אין פלפול איז ער אזויווי ר' יונתן בזמן הזה'. אזוי אויך האט ער גענאסן פון געוואלדיגע הערצה פון צדיקים בדורו, און אויך אין די דורות וואס האבן נאכגעפאלגט. די גרויסקייט פון מרן רבינו איז עפעס וואס איז העכער ווי אונזער השגה, די גרעסטע רבנים וצדיקים פון זיין תקופה האבן געהאט אויסטערלישע הערצה צו אים, און געשריבן אויף אים ווערטער וואס מ'טרעפט גאר זעלטן.
דער הייליגער
ייטב לב זי"ע
האט זיך אויסגעדריקט: "גייט קיין
טשענגער, דארט וועט איר געהאלפן ווערן".
דער הייליגער
חתם סופר זי"ע
האט ארויף געלייגט אויף אים די כח הברכה:
ער זאל קענען פועל'ן פאר אידן ישועות ורפואות.
דער הייליגער
ר' מענדל דעעשער זצ"ל
האט צו אים געשיקט זיין זון הרב הקדוש ר' משה זי"ע ווען ער האט זיך גענויטיגט אין א ישועה לזרע של קיימא.
דער הייליגער
ר' מאיר'ל
מפרעמישלאן זצ"ל
האט זיך אויסגעדריקט: "דער טשענגער רב קען דאווענען".

דאס הייליג ארט וואו עס ליגט דער קדוש וטהור מרן רבינו בעל מנוחת אשר זצ"ל איז לאנגע יארן געווען א תל תלפיות, אידן פון אומעטום זענען געקומען אויסגיסן דאס הארץ און זיך אנשעפן מיט השפעות.
ליידער איז אריבער די שווערע צווייטע וועלט-קריג, וואס האט אויסגעריסן אידישע שטעט איבער גאנץ אייראפע, און פארוואנדלט שפרודלדיגע שטעט און וויסטעניש.
די הייליגע בית החיים וואס האט אזויפיל משפיע געווען פאר אידן פאר לאנגע צענדליגע יארן, איז מיטאמאל געווארן פוסט, שימל מיט גרינס האט אנגעהויבן באדעקן די בית החיים אין אנגעלייגטע שיכטן.
באזונדער איז דאס בעלות אויפן שטח אריבער צו נעאלאגישע הענט, וואס זיי האבן דאס ווייטער פארקויפט פאר נישט-אידישע הענט, מיט א ביטע אז מ'זאל אריינלאזן אידן אינעם ביה"ח.
די אידן וועמען ס'איז שוין יא געלונגען זיך צו אריבערכאפן צום הייליגן ציון געדענקען נאך גאנץ גוט ווי מ'האט געזאלט אריבערגיין די היים פון א שיקסע מיט א בילעדיגע הינטל. עס פארשטייט זיך אליין אז דאס האט שטארק פארשווערט אידן פון קענען אנקומען צום מקום המסוגל לישועות ולרפואות.
ס'איז אוממעגליך זיך צו פארשטעלן די שווערע צושטאנד אין וואס די אייניקלעך האבן אפגעפינען די ביה"ח נאכן זיין לאנגע יארן פארלאזט. די אוהל איינגעפאלן כמעט אינגאנצן, מצבות זענען געליגן אויסגעלייגט אויפן ערד אויף הפקר, עס איז נישט געווען קיין שום מהלך וויאזוי זיך צו באשיצן דארט פון רעגן און קעלט.

מיט ארום 20 יאר צוריק האבן זיך די אייניקלעך פון מרן רבינו אריינגעווארפן אין די לענג און ברייט צו קענען איבערמאכן די גאנצע בית החיים. מ’האט אפגעקויפט דערנעבנדיגע שטחים, און איבערגעמאכט די גאנצע גדר ארום די בית החיים צו באשיצן פון בייזע רוחות.
ביים איבערנעמען די ביה”ח האט מען אנגעהויבן אוועקשטעלן די מצבות און אויספלאסטערן די וועגן, מיט א דערהויבנקייט איז מען אריין צום הייליגן אוהל מקום מנוחת קדשו פון מרן רבינו זצוק”ל, און ווען מ’האט זיך דערזען אז דער אהל הקדוש האלט אט ביים צוזאמפאל, האט מען בליץ-שנעל איבערגעבויט דעם גאנצן אהל פראכטפול און שטארק, אין בלויז 3 חדשים צייט, מיט די הילף פון עטליכע נדיבי לב, כדי די פילע טויזנטער אידן זאלן זיך קענען משתטח זיין און אויסבעטן אלעס גוטס.
באזונדער האט זיך פארלאנגט צו ארבעטן מיט דמים תרתי משמע, צו קענען אויסקויפן די אריינגאנג צום ביה”ח פון די נישט-אידישע פירערשאפט, כדי צו פארגרינגערן די וועג אריין צום הייליגן ציון. נאך אזויפיל יארן האט מען ענדליך דערלעבט די מינוטן, פילע אידן קענען קומען אויפן ציון הקדוש און דאוונען בכוונה אומגעשטערט פון די אלע שוועריקייטן וואס האט געפלאגט די שטח הביה”ח.

ציון המציונת

מקום מנוחת קדשו הערליך פארענדיגט נאך לאנג פארצויגענע השתלשלות

דער וואונדער סידור

אן ערשטמאל_יגער פרעכטיגער בנין ביהמ"ד והכנסת אורחים
ווערט אצינד אויפגעבויט אין טשענגער, אונגארן על ציון הק׳!

ציון אינפארמאציע

דער שטעטל טשענגער געפונט זיך 3 שעה וועג פון הויפט-שטאט בודאפעסט, 2 שעה פון קערעסטיר, 2.5 שעה פון סיגוט, 1/2 שעה פון סאטמאר, 2.15 שעה פון אוהעל.

45 Ady Endre Utca,
Csenger, Hungary
Candles
for a
month
$500
Monthly
Ner
Tamid
$1,800
Daily
Sponsor
For the ohel $100
Weekly
Sponsor
For the ohel $500
Monthly
Sponsor
For the ohel $1,800
Daily
Sponsor
For the heating/air
conditioners
$100
Weekly
Sponsor
For the heating/air
conditioners
$360
Monthly
Sponsor
For the heating/air
conditioners
$1,000
Weekly
Ner
Tamid
$250
Weekly
Cemetery
Maintenance & Security $500
Monthly
Cemetery
Maintenance & Security $2,000
Numerical of
Banim
$102
Numerical of
Hatzlachah
$138
Numerical of
Refuah
$292
Numerical of
Parnassah
$395

די זכות פון מרנן רבותינו הקדושים זצוק"ל וועט אייך זיכער מגין זיין און באגיסן מיט השפעות עד בלי די!

Phone: 718.400.8889 Email: [email protected]
Address: 4403 15th Ave #321 Brooklyn, NY 11219