English

די וואונדערליכע טשענגערער סידור

האט שוין באגייסטערט טויזנטער מיט ישועות ורפואות וואס הייבט ברעמען, אטעם-פארכאפנדע מופתים-געשיכטעסשפילן זיך אויס טעגליך ווען די בעלי העובדא דארפן זיך ציפן צו זען אויב מ'רעדט בהקיץ או בחלום. די ועד וואס גיבן זיך אפ מיט לייגן קוויטלעך אינעם סידור הערן נישט אויף באקומען איבערראשנדע רופן פון די שמות הנזכרים אין די קוויטלעך, אידן זענען נבהל ונשתומם ווי אן אומגעראכטענע ישועה איז געקומען גענצליך שלא כדרך הטבע. אזויפיל קראנקע זענען שוין געהאלפן געווארן נאכדעם וואס די שווערע שאצונגען פונעם דאקטער איז פארשווינדן געווארן ווי א זייפן-בלאז. פארצווייגטע געריכטליכע קלאגעס וואס האבן געדראעט לאנגע פיינפולע יארן אונטער גראטעס, איז מיטאמאל געווארן אפגעווארפן אן קיין שום שכל'דיגע ערקלערונגען. לאנגע קינדערלאזע פיינפולע יארן האט זיך מיטאמאל פארענדיגט מיט א פריידיגע בשורה וואס האט געברענגט די געוואונטשענע נייעס. עלטערע קינדער וואס האבן שוין געגארט אויף א שדכן רוף זענען מיטאמאל אויפגעראכטן געווארן מיטן ברעכן טעלער אא"וו.

די הייליגע ‘טשענגערער סידור’ ציהט שוין צוריק א קייט צו די צייטן פון מרן רבינו זי”ע, ער האט דאס ערהאלטן פונעם הייליגן צדיק ר’ מאיר’ל מפרעמישלאן זי”ע, וועלכער האט זיך אויסגעדריקט די אויסטערלישע כח התפילה וואס מרן רבינו פארמאגט, און האט דעריבער אים געוואלט שענקען א גאר מיוחס’דיגע סידור אר”י וועלכע איז ספעציעל געשריבן געווארן בכתב אשורית דורך א סופר א ירא שמים מרובים. מרן רבינו זי”ע האט דורכגענעצט די בלעטער מיט הייסע תפילות וואס האט בוקע רקיעים געווען. די סידור איז פאר לאנגע יארן געווארן אפגעהיטן אין די שאץ קאמערן פון הגה”צ אבד”ק דיארמאט זצ”ל בעל שו”ת מהרשד”ה. נאך זיין פטירה איז עס אריבער צו יו”ח, און ווערט אפגעהיטן למשמרת עולם. די סידור האט בדרך נס איבערגעלעבט די צוויי שווערע וועלט-מלחמות, און געפינט זיך היינט אינעם אוצר פון וועד הכנסת אורחים ד’טשענגער, וועלכער גיבט זיך אפ מיטן לייגן די קוויטלעך פאר אזויפיל אידן וואס קלאפן אן אויף די טירן צו קענען געניסן פון די געוואלדיגע ישועות. אין לויף פון אלע דורות האבן אזויפיל צדיקים מגלה געווען איבער די אויסטערלישע קדושה און כוחות וואס ליגט אינעם סידור. דאס האט אנגעהאלטן ביז ימינו אלה, ווען אזויפיל גדולי ישראל און גוטע אידן נוצן אויס די אויסטערלישע סגולה וואס ליגט אינעם סידור, דער הייליגער ריבניצער רבי זצוק”ל האט זיך גאר אסאך באנוצט מיטן הייליגן סידור, און אזוי גע’פועל’ט פילע באגאזשן ישועות פאר אומבאהאלפענע אידן.

אפענע התגלות,

שטוינענדע נסים,

וואונדערליכע ישועות!

אידן
זעען
טעגליך